תּורה נבֿיאים וּכתובֿים תּרגום ייִדיש פֿון יהואש מְלָכִים א /1:1 און דער מלך דוד איז געװאָרן אַלט און באַטאָגט, און מע האָט אים צוגעדעקט מיט קלײדער, אָבער אים פֿלעגט ניט װאַרעם װערן. /1:2 האָבן זײַנע קנעכט צו אים געזאָגט: זאָל מען זוכן פֿאַר מײַן האַר דעם מלך אַ מײדל אַ יונגפֿרױ, און זי װעט שטײן פֿאַר דעם מלך, און װעט אים זײַן אַ װאַרטאָרין; און זי װעט ליגן אין דײַן בוזעם, און עס װעט װאַרעם זײַן מײַן האַר דעם מלך. /1:3 און זײ האָבן געזוכט אַ שײן מײדל אין גאַנצן געמאַרק פֿון ישׂראל, און זײ האָבן געפֿונען אַבֿישַג פֿון שוּנֵם און האָבן זי געבראַכט צום מלך. /1:4 און די מײדל איז געװען שײן ביז גאָר; און זי איז געװען דעם מלך אַ װאַרטאָרין, און האָט אים באַדינט; אָבער דער מלך האָט זי ניט דערקענט. /1:5 און אַדוֹנִיָה דער זון פֿון חַגיתן האָט זיך איבערגענומען, אַזױ צו זאָגן: איך װעל װערן מלך. און ער האָט זיך אײנגעשאַפֿט רײַטװעגן און רײַטער, און פֿופֿציק מאַן װאָס זײַנען געלאָפֿן אים פֿאַרױס. /1:6 װאָרום זײַן פֿאָטער האָט אים אין זײַן לעבטאָג ניט באַטריבט, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס טוסטו אַזױ? און ער איז אױך געװען זײער שײן אין געשטאַלט. און ער איז געבאָרן געװאָרן נאָך אַבֿשָלומען. /1:7 און ער האָט געהאַט אַ גערײד מיט יוֹאָבֿ דעם זון פֿון צרוּיָהן, און מיט אבֿיתר דעם כּהן, און זײ האָבן מיטגעהאָלפֿן אַדוֹנִיָהן. /1:8 אָבער צָדוֹק דער כּהן, און בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען און נתן דער נבֿיא, און שִמְעִי, און רֵעִי, און די גִבורים װאָס בײַ דָוִדן, זײַנען ניט געװען מיט אַדוֹנִיָהוּן. /1:9 און אַדוֹנִיָהוּ האָט געשאָכטן שאָף און רינדער און געשטאָפּטע קעלבער בײַ דעם שטײן זוֹחֶלֶת װאָס לעבן עין-רוֹגֵל, און ער האָט פֿאַררופֿן אַלע זײַנע ברידער, דעם מלכס זין, און אַלע מענער פֿון יהוּדה, דעם מלכס קנעכט. /1:10 אָבער נתן דעם נבֿיא, און בנָיָהוּן, און די גִבורים, און זײַן ברודער שלמהן, האָט ער ניט גערופֿן. /1:11 האָט נתן געזאָגט צו בת-שֶבֿען, שלמהס מוטער, אַזױ צו זאָגן: האָסטו ניט געהערט אַז אַדוֹנִיָהוּ דער זון פֿון חַגיתן איז געװאָרן מלך, און אונדזער האַר דוד װײס ניט? /1:12 און אַצונד, קום לאָמיך אַקאָרשט דיר געבן אַן עצה, און ראַטעװען דײַן לעבן און דאָס לעבן פֿון דײַן זון שלמהן. /1:13 גײ און קום צום מלך דוד, און זאָלסט זאָגן צו אים: האָסטו, מײַן האַר מלך, ניט געשװאָרן דײַן דינסט, אַזױ צו זאָגן: נאָר דײַן זון שלמה זאָל קיניגן נאָך מיר, און ער זאָל זיצן אױף מײַן טראָן? הײַנט פֿאַר װאָס איז אַדוֹנִיָהוּ געװאָרן מלך? /1:14 אָט װי דו רעדסט נאָך דאָרטן מיטן מלך, אַזױ װעל איך קומען נאָך דיר, און װעל פֿאַרפֿולן דײַנע װערטער. /1:15 איז בת-שֶבֿע אַרײַנגעגאַנגען צום מלך אין קאַמער. -און דער מלך איז געװען זײער אַלט, און אַבֿישַג פֿון שוּנֵם האָט באַדינט דעם מלך. –/1:16 און בת-שֶבֿע האָט זיך גענײַגט און זיך געבוקט צום מלך. האָט דער מלך געזאָגט: װאָס איז דיר? /1:17 האָט זי צו אים געזאָגט: מײַן האַר, דו האָסט געשװאָרן דײַן דינסט בײַ {dn יהוה} דײַן {dn גאָט}: נאָר דײַן זון שלמה זאָל קיניגן נאָך מיר, און ער זאָל זיצן אױף מײַן טראָן. /1:18 און אַצונד זע, אַדוֹנִיָה איז געװאָרן מלך, און אַצונד, מײַן האַר מלך, װײסטו גאָר ניט. /1:19 און ער האָט געשאָכטן אָקסן און געשטאָפּטע קעלבער און שאָף אַ סך, און ער האָט פֿאַררופֿן אַלע זין פֿון דעם מלך, און אבֿיתר דעם כּהן, און יוֹאָבֿ דעם חיל-פֿירער; אָבער דײַן קנעכט שלמהן האָט ער ניט גערופֿן. /1:20 און דו מײַן האַר מלך, אױף דיר זײַנען די אױגן פֿון גאַנץ ישׂראל, זײ צו זאָגן, װער זאָל זיצן אױף דעם טראָן פֿון מײַן האַר דעם מלך נאָך אים. /1:21 װאָרום עס װעט זײַן, װי דער האַר מײַן מלך לײגט זיך מיט זײַנע עלטערן, אַזױ װעל איך און מײַן זון שלמה זײַן פֿאַרשולדיקטע. /1:22 און אָט װי זי רעדט נאָך מיטן מלך, אַזױ איז נתן דער נבֿיא געקומען. /1:23 האָט מען אָנגעזאָגט דעם מלך, אַזױ צו זאָגן: נתן דער נבֿיא איז דאָ. און ער איז געקומען פֿאַר דעם מלך, און האָט זיך געבוקט צום מלך אױף זײַן פּנים צו דער ערד. און נתן האָט געזאָגט: מײַן האַר מלך, האָסט דו געזאָגט: אַדוֹנִיָהוּ זאָל קיניגן נאָך מיר, און ער זאָל זיצן אױף מײַן טראָן? /1:25 װאָרום ער האָט הײַנט אַראָפּגענידערט, און האָט געשאָכטן אָקסן און געשטאָפּטע קעלבער און שאָף אַ סך, און ער האָט פֿאַררופֿן אַלע זין פֿון דעם מלך, און די חיל-פֿירער, און אבֿיתר דעם כּהן, און אָט עסן זײ און טרינקען מיט אים, און זאָגן: לעבן זאָל דער מלך אַדוֹנִיָהוּ! /1:26 אָבער מיך, מיך דײַן קנעכט, און צָדוֹק דעם כּהן, און בנָיָהוּ דעם זון פֿון יהוֹיָדָען, און דײַן קנעכט שלמהן, האָט ער ניט גערופֿן. /1:27 צי איז די דאָזיקע זאַך געשען פֿון מײַן האַר דעם מלך, און האָסט ניט צו װיסן געטאָן דײַן קנעכט, װער עס זאָל זיצן אױף דעם טראָן פֿון מײַן האַר דעם מלך נאָך אים? /1:28 האָט געענטפֿערט דער מלך דוד און האָט געזאָגט: רוף מיר אַרײַן בת-שֶבֿען. און זי איז געקומען פֿאַרן מלך און האָט זיך געשטעלט פֿאַרן מלך. /1:29 און דער מלך האָט געשװאָרן און געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט {dn גאָט}, װאָס האָט אױסגעלײזט מײַן זעל פֿון יעטװעדער צרה, /1:30 אַז אַזױ װי איך האָב דיר געשװאָרן בײַ {dn יהוה} דעם {dn גאָט} פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: נאָר דײַן זון שלמה זאָל קיניגן נאָך מיר–אַז אַזױ װעל איך טאָן הײַנטיקן טאָג! /1:31 האָט בת-שֶבֿע זיך גענײַגט מיטן פּנים צו דער ערד, און זיך געבוקט צום מלך, און האָט געזאָגט: אײביק לעבן זאָל מײַן האַר דער מלך דוד! /1:32 און דער מלך דוד האָט געזאָגט: רופֿט מיר צָדוֹק דעם כּהן, און נתן דעם נבֿיא, און בנָיָהוּ דעם זון פֿון יהוֹיָדָען. זײַנען זײ געקומען פֿאַרן מלך, /1:33 און דער מלך האָט צו זײ געזאָגט: נעמט מיט אײַך די קנעכט פֿון אײַער האַר, און זעצט אַרױף מײַן זון שלמהן אױף מײַן מױלאײזעלין, און איר זאָלט אים מאַכן נידערן צום גיחון. /1:34 און זאָל צָדוֹק דער כּהן און נתן דער נבֿיא אים דאָרטן זאַלבן פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל. און איר זאָלט בלאָזן אין שופֿר, און זאָגן: לעבן זאָל דער מלך שלמה! /1:35 און איר זאָלט אַרױפֿגײן נאָך אים, און ער זאָל קומען און זיך זעצן אױף מײַן טראָן, און ער זאָל קיניגן אױף מײַן אָרט, װאָרום אים האָב איך באַפֿױלן פֿאַר אַ פֿירשט איבער ישׂראל און איבער יהוּדה. /1:36 האָט בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען געענטפֿערט דעם מלך און האָט געזאָגט: אָמן! אַזױ זאָל זאָגן {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון מײַן האַר דעם מלך! /1:37 אַזױ װי {dn גאָט} איז געװען מיט מײַן האַר דעם מלך, אַזױ זאָל ער זײַן מיט שלמהן, און ער זאָל גרײסן זײַן טראָן נאָך מער פֿון דעם טראָן פֿון מײַן האַר דעם מלך דוד. /1:38 און צָדוֹק דער כּהן, און נתן דער נבֿיא, און בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען, און די כּרֵתים און די פּלֵתים, האָבן אַראָפּגענידערט, און זײ האָבן אַרױפֿגעזעצט שלמהן אױף דער מױלאײזעלין פֿון מלך דוד, און האָבן אים אַראָפּגעפֿירט צו גיחון. /1:39 און צָדוֹק דער כּהן האָט גענומען דעם האָרן מיט אײל פֿון געצעלט, און ער האָט געזאַלבט שלמהן; און זײ האָבן געבלאָזן אין שופֿר, און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געזאָגט: לעבן זאָל דער מלך שלמה! /1:40 און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַרױפֿגעגאַנגען נאָך אים, און דאָס פֿאָלק האָט געפֿײַפֿט אױף פֿײַפֿלען, און זיך געפֿרײט אַ גרױסע פֿרײד, און די ערד האָט זיך געשפּאָלטן פֿון זײער ליאַרעם. /1:41 און אַדוֹנִיָהוּ און אַלע פֿאַררופֿענע װאָס מיט אים האָבן דאָס דערהערט, װען זײ האָבן געענדיקט עסן. און װי יוֹאָבֿ האָט דערהערט דעם קָול פֿון שופֿר, אַזױ האָט ער געזאָגט: װאָס טומלט דער ליאַרעם פֿון שטאָט? /1:42 װי ער רעדט נאָך, ערשט יונָתן דער זון פֿון אבֿיתר דעם כּהן קומט אָן. האָט אַדוֹנִיָהוּ געזאָגט: קום אַהער, װאָרום אַ װױלער מענטש ביסטו, און גוטס װעסטו אָנזאָגן. /1:43 האָט געענטפֿערט יונָתן און געזאָגט צו אַדוֹנִיָהוּן: פֿאַר װאָר, אונדזער האַר דער מלך דוד האָט געמאַכט שלמהן פֿאַר מלך. /1:44 און דער מלך האָט געשיקט מיט אים צָדוֹק דעם כּהן, און נתן דעם נבֿיא, און בנָיָהוּ דעם זון פֿון יהוֹיָדָען, און די כּרֵתים און די פּלֵתים, און זײ האָבן אים אַרױפֿגעזעצט אױף דער מױלאײזעלין פֿון מלך. /1:45 און צָדוֹק דער כּהן און נתן דער נבֿיא האָבן אים געזאַלבט פֿאַר מלך בײַם גיחון, און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן פֿרײלעכע, און די שטאָט האָט געטומלט; דאָס איז דער ליאַרעם װאָס איר האָט געהערט. /1:46 און שלמה האָט זיך אױך געזעצט אױפֿן טראָן פֿון דער מלוכה. /1:47 און אױך זײַנען די קנעכט פֿון מלך געקומען װינטשן אונדזער האַר דעם מלך, אַזױ צו זאָגן: זאָל דײַן {dn גאָט} באַגיטיקן שלמהס נאָמען נאָך מער פֿון דײַן נאָמען, און גרײסן זײַן טראָן נאָך מער פֿון דײַן טראָן. /1:48 און אױך האָט דער מלך אַזױ געזאָגט: געלױבט איז {dn יהוה} דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל, װאָס האָט הײַנט געגעבן װער זאָל זיצן אױף מײַן טראָן, און מײַנע אױגן זעען עס. /1:49 האָבן אַלע פֿאַרופֿענע װאָס בײַ אַדוֹנִיָהוּן אױפֿגעציטערט און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און געגאַנגען איטלעכער אױף זײַן װעג. /1:50 און אַדוֹנִיָהוּ האָט מורא געהאַט פֿאַר שלמהן, און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און איז געגאַנגען און האָט זיך אָנגענומען אָן די הערנער פֿון מזבח. /1:51 איז אָנגעזאָגט געװאָרן שלמהן, אַזױ צו זאָגן: זע, אַדוֹנִיָהוּ האָט מורא פֿאַר דעם מלך שלמה, און אָט האָט ער זיך אָנגעכאַפּט אָן די הערנער פֿון מזבח, אַזױ צו זאָגן: זאָל מיר דער מלך שלמה הײַנט שװערן, אױב ער װעט טײטן זײַן קנעכט מיטן שװערד. /1:52 האָט שלמה געזאָגט: אױב ער װעט זײַן אַן אָרנטלעכער מענטש, װעט אַ האָר פֿון אים ניט פֿאַלן צו דער ערד; אױב אָבער בײז װעט געפֿונען װערן אין אים, װעט ער שטאַרבן. /1:53 און דער מלך שלמה האָט געשיקט, און מע האָט אים אַראָפּגענידערט פֿון מזבח; און ער איז געקומען, און האָט זיך געבוקט צום מלך שלמה, און שלמה האָט צו אים געזאָגט: גײ אַהײם. /2:1 און די טעג פֿון דָוִדן האָבן גענענט צו שטאַרבן, און ער האָט באַפֿױלן זײַן זון שלמהן, אַזױ צו זאָגן: /2:2 איך גײ אין דעם װעג פֿון דער גאַנצער ערד, זאָלסטו זיך שטאַרקן און זײַן אַ מאַן. /2:3 און זאָלסט היטן די היטונג פֿון {dn יהוה} דײַן {dn גאָט}, צו גײן אין זײַנע װעגן, צו היטן זײַנע חוקים און זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן און זײַנע אָנזאָגן, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין תּורת-משה, כּדי זאָלסט באַגליקן אין אַלץ װאָס דו װעסט טאָן, און אומעטום, װאָס דו װעסט אַהין זיך קערן; כּדי {dn גאָט} זאָל מקיים זײַן זײַן װאָרט װאָס ער האָט גערעדט װעגן מיר, אַזױ צו זאָגן: אױב דײַנע קינדער װעלן אָפּהיטן זײער װעג צו גײן פֿאַר מיר מיט אמת, מיט זײער גאַנצן האַרצן און מיט זײער גאַנצער זעל–אַזױ צו זאָגן: װעט דיר ניט פֿאַרשניטן װערן אַ מאַן פֿון דעם טראָן פֿון ישׂראל. /2:5 און אױך װײסטו װאָס יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרוּיָהן האָט מיר געטאָן, װאָס ער האָט געטאָן צו די צװײ חיל-פֿירער פֿון ישׂראל, צו אַבֿנר דעם זון פֿון נֵרן, און צו עַמָשׂא דעם זון פֿון יֶתרן, װי ער האָט זײ געהרגעט, און פֿאַרגאָסן בלוט פֿון מלחמה אין שלום, און אַרױפֿגעטאָן בלוט פֿון מלחמה אױף זײַן גאַרטל װאָס אױף זײַנע לענדן, און אױף זײַנע שיך װאָס אױף זײַנע פֿיס. /2:6 דרום זאָלסטו טאָן לױט דײַן חכמה, און זאָלסט ניט לאָזן זײַנע...
maczer14